Yiddish 7
לכב' הרב אלי-הו פנחס הי"ו !
שלום רב וכטו"ס,
נאך אוסהערען אייערע שיעורים (ביידע סעריעס), וויל איך אוסדריקען בקיצור מיין אופאסונג.
געוואלדיגע שיעורים מיוסד רובא דרובא אויף מקורות אין חז"ל ותלמידיהם ות"ת.
עס גיט אינפארמאציא צוזאמען מיט עבודה עצמית, דיא שיעורים ענטפערען אויף פארשידינע געביטען:
א. פאר דעם עובד ה' בד' אמות של הלכה, וואס איז צושטערט בייא ארוסגיין אין דיא שמוציקע גאס.
ב. פאר דעם יגיע כפיך מענש, וואס ארבעט שווער און האט שיעורים שיגיעת שניהם משכחת עוון, און קלאפט זיך אן אין נסיונות בייא דיא ארבעט.
ג. פאר דעם סוחר וואס האט איינגעשטעלטע פרויען און מיידלעך, וואס חנפענען צום בעל הבית.
ד. פאר דעם סעלעסמאן וואס דארפף געפעלען אין כל מיני פלעצער.
ה. פאר דעם וואס האט אגוטען שלום בית, אבער וויל עס פארבעסערען.
ו. פאר דעם וואס האט נישט קיין שלום בית און וויל פארעכטען פאר סאיז צוא שפעט.
ז. פאר דעם וואס ליידט פון מחשבות זרות ביים דאווענען.
ח. פאר דעם וואס האט נישט מקיים געווען "ושימח את אשתו" און וויל דאס מתקן זיין.
ט. אפילו פאר דעם וואס איז שוין געפאלען אקרבן פאר דיא טעכנאלאגיע, אבער ער איז נאך בגדר לא שביק התירא ואכיל איסורא.
י. א כלל'ישע ענטפער פאר אונזער דור מיט דיא מוראדיקע נסיונות. פאר דיא סאך וואס זיצען און לערנען און דיא ווייב ברענגט דיא פרנסה און טראגט דעם עול פון שטוב, ועם כל זה באקומט זיא נישט דיא הכרת הטוב, ווייל מען האט זייא נישט אוסגעלערענט.
איך וועל מסיים זיין מיט אסטעטמענט, דיא הוצאה פון דיא שיעורים איז פענניס, קעגן דיא תועלת, אין דיא ביזנעס וועלט רופטציך דאס "זייער אגוטע אינוועסטמעט" - אבער עס פארלאנגט פון דעם אינוועסטער צווי זאכען:
1. ער זאל האלטען בייא עבודה עצמית אין מידות וכדו'.
2. ער זאל ניצען דיא TOOLS וואס ער באקומט, בהשכל ודעת יעדער לויט זיין מצב.
ייש"כ אייך, ובברכת תחזקנה ידיכם אין אריין ברענגען אהבה אחוה שלום וריעות אין יידישע הייזער.
הדו"ש.